גרסה ביידישאויפֿן וועג שטייט אַ בוים,שטייט ער אייַנגבויגן;אַלע פֿייגל פֿונעם בויםזענען זיך צעפֿלויגן: דרייַ קיין מזרח, דרייַ קיין מערב,און דער רעשט קיין - דרום,און דעם בוים געלאָזט אַלייןהפֿקר פֿאַרן שטורעם. זאָג איך צו דער מאַמע : "הער,זאָלסט מיר נאָר נישט שטערן,וועל איך, מאַמע, איינס און צווייבאַלד אַ פֿויגל ווערן". "איך וועל זיצן אויפֿן בויםאון וועל אים פֿאַרוויגן,איבערן ווינטער מיט אַ טרייסט,מיט א שיינעם ניגון". זאָגט די מאַמע : "ניטע, קינד",און זי וויינט מיט טרערן."קענסט חלילה אויפֿן בויםמיר פֿאַרפֿרוירן ווערן". זאָג איך : "מאַמע, ס´איז אַ שאָדדייַנע שיינע אויגן" -און איידער וואָס, און איידער ווען,בין איך מיר אַ פֿויגל. וויינט זי מאמע : "איציק קרוין,נעם, אום גאָטעס ווילן,נעם כאָטש מיט א שאַליקל,זאָלסט זיך נישט פֿאַרקילן. די קאַלאָשן נעם דיר מיט,ס´גייט אַ שאַרפֿער ווינטער -און די קוטשמע טו דיר אָן,וויי איז מיר, און ווינד מיר. און דאָס ווינטער-לייבל נעם,טו עס אָן, דו שׁוטה,אויב דו ווילסט נישט זייַן קיין גאַסטצווישן אַלע טויטע". כ´הויב די פֿליגל - ס´איז מיר שווער,צו פֿיל, צו פֿיל זאַכן,האָט די מאַמע אָנגעטאָן,דעם פֿייגעלע דעם שוואַכן. קוק איך טרויעריק מיר אַרייַןאין דער מאַמעס אויגן -ס´האָט איר ליבשאַפֿט נישט געלאָזטווערן מיך אַ פֿויגל.. אויפֿן וועג שטייט אַ בוים,שטייט ער אייַנגעבויגן,אַלע פֿייגל פֿונעם בויםזענען זיך צעפֿלויגן.
|