נוסח יידי [מקור]אונדזער ליד איז פול מיט טרויער,דרײַסט איז אונדזער מונטער גאַנג;כאַָטש דער שונא וואַכט בײַם טויער,שטורעמט יונגט מיט געזאַנג!יונג איז יעדער, יעדער,יעדער ווער עס וויל נאָר,יאָרן האָבן קיין באַטײַט!אַלטע קענען, קענען,קענען אויך זײַן קינדערפון א נײַער, פרײַער צײַט!מיר געדענקען אַלע שונאים,מיר דערמאָנען אַלע פרײַנד,אייביק וועלן מיר פאַרבינדעןאונדזער נעכטן מיט דעם הײַנט!יונג איז יעדער, יעדער,יעדער ווער עס וויל נאָר,יאָרן האָבן קיין באַטײַט!אַלטע קענען, קענען,קענען אויך זײַן קינדערפון א נײַער, פרײַער צײַט!ווער עס וואָגלט אום אויף וועגן,ווער מיט דרייסטקייט שטעלט זײַן פוס,ברענגט די יוגנט אונדז אַנטקעגןפונעם געטאָ אַ גערוס!יונג איז יעדער, יעדער,יעדער ווער עס וויל נאָר,יאָרן האָבן קיין באַטײַט!אַלטע קענען, קענען,קענען אויך זײַן קינדערפון א נײַער, פרײַער צײַט!קלײַבן מיר צונויף די גלידער,ווידער שטאָלן מיר די ריי;גייט א בויער, גייט א שמידער –לאָמיר אַלע גיין מיט זיי!יונג איז יעדער, יעדער,יעדער ווער עס וויל נאָר,יאָרן האָבן קיין באַטײַט!אַלטע קענען, קענען,קענען אויך זײַן קינדערפון א נײַער, פרײַער צײַט!
|